דער ריכטיגער אדרעס צו לעזן אלע קהל’ישע און ציבור’ישע אנגעלעגנהייטן

פאר לאנגע יארן האבן מיר ב”ה געלעזט אומצאליגע קאמפליצירטע נושאים, און צוזאמענגעארבעט מיט אויסגערופענע מומחים בעולם העסקנות, און אינאיינעם שטודירט וויאזוי צו פארגרינגערן זאכן וואס זעען אויס אוממעגליך, אצינד קענט איר אויך געניסן דערפון בס”ד…

טייל ארגאניזאציעס וואס האט געהאלפן בויען אונזער עקספיריענס אריבער 25 יאר בס”ד

בעזרת השי”ת

שלום וברכה ענערגישער עסקן און כלל טוער הי”ו:

שטייענדיג אין די היינטיגע “הייפער-וועלט” ווען ס’איז צוגעקומען פרישע טשאלענדזשעס איבעראל, איז אבער אויך צוגעקומען אסאך נייע מהלכים פאר מוסדות און קהילות, ספעציעל פרישע מעגליכקייטן אין פאנדרעיזינג, ווי אונזער עקספערטיז קען אייך שטארק צוהעלפן און פארגרינגערן.

במשך לאנגע יארן האבן מיר זוכה געווען בס”ד צו העלפן און באגלייטן אומצאליגע עסקנים און אישי הציבור מיט יעוץ והדרכה, וואס זייענדיג פארבינדן מיט די גרעסטע ראשי קהילות און מנהלי המוסדות, האבן מיר זיך איבערצייגט אז: מיט אן אייגנארטיגן מהלך קען מען זייער שנעל אנקומען גאר ווייט, און דורכשוויצן שווערע תקופה’ס גרינגער ווי מ’מיינט.

אלזא, גיבט אונז די געלעגנהייט צו ארויפברענגען ברענגען אייער מוסד צום העכסטן שטאפל, עס איז נישט אזוי קאמפליצירט ווי עס זעט אויס… און איבערצייגט אייך אליין פון דער נאענט!

אייער קאלעגע
מרדכי משולם זושא שניטצלער
גרינדער פון ציבור+פרא קאנסאלטינג

א פערזענליכע ווארט צו אייך

אונזערע סערוויסעס פאר קהילות, שולן, מוסדות און ארגאניזאציעס:

קאונסאלטינג

אויסשטעלן די ריכטיגע סטראטעגיע, באלאנסירן און ארויפברענגען צו נעקסט-לעוועל

פובליק רילעישענס

אייגנארטיגע אדווערטייזינג און ארטיקלען, דירעקט מארקעטינג און ברענדינג

פאנדרעיזינג

באגלייטן פאנדרעיזער’ס, מסיבות, דינער’ס, אנליין קאמפיין’ס, און בליץ אקציעס

מהלכים

ספעציפישע מהלכים פאר אפיס אפעראציעס, קאָלעקשאנ’ס און סעטלמענטס

שטאב הילף

בעסער איינטיילן ארבעט צווישן די שטאב מיטגלידער, אדער אויסגלייכן קאנפליקטן

אונזערע סערוויסעס פאר עסקנים, בעה”ב און יחידים:

סופארט

סופארט און קאוטשינג, הילף אויפצוטרעטן ברבים, צוגרייטן פראפעסיאנאלע רעדעס

מענעדזשמענט

פראיעקט מענעדזשמענט, איבערקומען פינאנציעלע קריזיסן אדער שוועריקייטן

מיט וואס קענען מיר העלפן, און וואס זענען די קורסעס

ווען לאנגיעריגע שטאב מיטגלידער הויבן זיך אן אפצושאקלען, וויאזוי האלט מען צוזאם דעם מוסד?

די ערשטע זאך: מ’בלייבט נישט מיט פארלייגטע הענט! ווייל דאס העלפט נאך צו אז די שיף זאל טאקע אנהויבן איינצוזינקען.

וואס יא? מיר וועלן אייך צום ערשט העלפן אידענטיפיצירן וואס עס איז דער שורש פונעם פראבלעם, צומאל איז עס טיף באהאלטענע ווארצלען, וואס איז האט איצט אנגעהויבן ארויסצואוואקסן.

דאן וועלן מיר אייך העלפן אפצוהאלטן דעם פראבלעם פון שטייגן, און דערנאך וועלן מיר אייך העלפן גיין ווייטער שטאפלווייז, און באגלייטן ביזן ענדגילטיגן לעזונג בס”ד.

היסטארישע דורכברוך מיט ערשטמאליגע "קורסעס" צוגעשטעלט פאר היימישע פאנדרעיזערס, קאלעקטערס, גבאי צדקה און משמשים

ס’איז אונז א פרייד צו מעלדן איבער די גאר אינפארמאטיווע קורסעס וואס ווערן צוגעשטעלט פאר היימישע אינגעלייט און בעלי בתים, וועלכע באשעפטיגן זיך צו שאפן געלט פאר מוסדות הקדושים און אנפירן מיט וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן.

טראץ דעם וואס “קורסעס און טעלע-קורסעס” איז שוין לאנג אריין אינעם היימישן לעקסיקאן, ווי מ’זעט ווי יעדער טאלאנטפולער מענטש קען ווערן אן עקספערט אין זיין באשעפטיגונג, איז אבער דער פרישער קורס פאר “היימישע פאנדרעיזערס, קאלעקטערס און משמשים” א באזונדערע דורכברוך וואס איז ביז היינט נישט געווען, ספעציעל אז אזויפיל היימישע אידן באשעפטיגן זיך מיט קאלירפולע ארבעט פאר מוסדות, קהילות און ארגאניזאציעס.

די קורסעס זענען אויסגעשטעלט און צוזאמגעפלאכטן אויף גאר אייגנארטיגן שטייגער, צו פארגריגערן די עבודת הקודש אויף אלע אופנים: עסקנות, מקור הפרנסה, צרכי ציבור און ממון הקדש, אזוי אז אלע אקטיוויטעטן ווערן געפירט אויף א גאר פראפעסיאנאלן אופן.

באזונדער ווערן די קורסעס ווערן געגעבן אין בלויז איין טאג, און מ’קען זיך אין בלויז געציילטע שעות ארויפרוקן צו די העכסטע שטאפלן, און ארבעטן פיל גרינגער אין די זעלבע צייט וואס מ’איז פילפאכיגט מער פראדאקטיוו.

די פראפעסיאנאלע קורסעס זענען שוין געגעבן געווארן פאר גאר טאלאנטפולע עסקנים און כלל טוער’ס, ווי זיי האבן דאס אויסטערליש משבח געווען, און ס’האט זיי אויך פארגרינגערט די ארבעט אויף ווייטער, אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד.

פאנדרעיזינג האט פארשידענע אומבאגרעניצטע מהלכים, וועלכע איז צוגעפאסט פאר מיין מוסד?

דער שליסל איז קודם: צו זיין קלאר וועלכע מהלך איז געאייגנט פאר אייער מוסד, ווייל ס’איז לא ראוי זה כראוי זה, במלוא מובן המילא.

וויבאלד ס’איז פארהאן אזויפיל אפציעס, קען מען דאך נישט אלעס אליין אויספרובירן: פאנדרעיזינג אין שולן, דינער’ס, אפיל’ס, ראפעל’ס, אנליין, איינמאליגע קרן הבנין, גיין צו נגידים אין ביזנעס, אינדערהיים, מסיבות לויט יארגאנג, מלוה מלכה, קינדער פושקע’ס, פרויען פארטי’ס, טשייניס אוקשען, שיקן אימעיל’ס, סטאטוס, ארומקאלן אויפן טעל, בריוון אויף פאסט, ועוד.

מיר קענען אייך העלפן אנאליזירן די ‘גאנצע’ ארגאניזאציע, און דורכדעם אידענטיפיצירן גענוי וועלכע מהלך איז ממש געגאסן פאר אייך.

וויאזוי קען מען אראפברענגען מעינטענענס הוצאות און יוטיליטי בילס?

עס איז היינט פארהאן אסאך קאמפאניס וואס קענען אייך צושטעלן פארשידענע סערוויסעס פאר מעינטענענס און יוטיליטיס, ווי אויך ענליכע אקטיוויטעטן וואס מ’קען ארויסגעבן (OUTSOURCE).
אבער כדי דאס צו קענען טון בשלימות דארף מען גוט קענען די נאטור פונעם בנין / בנינים, צו וויסן מיט וואס אנצוהויבן דאס אינצופעדעמען.
מיט אונזער לאנגיעריגע עקספיריענס אין מענעדזשמענט, קענען מיר אייך העלפן אנאליזירן אויב דער בנין, מאשינערי און אפלייענסעס פונקציאנירן ריכטיג, אזוי וועט מען צושטעלן די שנעלסטע מהלך, וואס קען איינשפארן אומגעהויערע הוצאות, וואס גייט איצט לטמיון על קרן הצבי…

טראגן א מוסד אויף די פלייצע איז בכלל נישט לייכט, אבער פארוואס ווערט עס נישט גרינגער?

אייגענטליך, טראגן א מוסד אויף די פלייצעס ‘מוז’ נישט זיין שווער, די סיבה פארוואס עס שפירט זיך אזוי, איז ע”פ רוב ווייל ס’פעלט ‘קלארקייט’ וואס עס איז דער גורם פאר די שוועריקייט, פונקט ווי אין פערזענליכן לעבן און ביזנעס.
און וויבאלד מיר האבן שוין מיטגעארבעט מיט הונדערטער ראשי קהילות און מנהלי המוסדות, קענען מיר בעזה”י העלפן פארגרינגערן דעם שווערן עול, און ביז א קורצע צייט וועט איר זען ‘אסאך נחת גרינגערהייט’ פון אייער מוסד.
און צומאל ווען מ’האלט שוין דארטן, נעמט מען אפילו פרישע פראיעקטן לטובת כלל ישראל… אז ס’איז געשמאק, פארוואס נישט?!

דער בודזשעט שטייגט, נאכדערצו מיט אינפלעישן, וויאזוי פארמיידט מען א קאטאסטראפע?

עס איז וויכטיג אז א מוסד זאל האבן א רוקן-ביין, אין פאל עס פאסירט טאקע א קאטאסטראפע, אבער עס “מוז” נישט פאסירן…
און די איינציגסטע וועג איז דאס צו פארמיידן, איז נאר דאס פלאנירן פון פאראויס, און ס’איז קיינמאל נישט צו פרי, והזריז נשכר!

הגה בעצמך: וויאזוי גייט עס ביי אייער קהילה? בית המדרש? מוסד?!

איך שפיר וואו איך ברעך שוין ממש אונטער! ס’גייט נישט מער.
כ’זוך א וועג ארויס איינמאל פאר אלעמאל, ווער אין די וועלט קען מיר העלפן?!
כ’האב שוין מער נישט קיין כוח, ס’איז צייט פאר פרישע עסקנים זיך אריינצולייגן.
כ’האב געמיינט אז ‘הכסף יענה את הכל’ אבער די פרעשור לאזט נישט נאך.
וויפיל צייט און כוח כ’גיב אוועק, איז עס קיינמאל נישט גענוג.
ס’איז ביי קיינעם נישט 100%, אבער א בעסערע מהלך קען צוהעלפן.
ס’איז בעסער ווי אין די לעצטערע יארן, אבער מ’קען נאך אלס פארגרינגערן.
תלי”ת אלעס פארט כשורה, כ’זע נישט ווי מ’דארף עפעס אויפטון בכלל
דריי מיך

אוי, ווי לאנג נאך וועט דער מוסד מיך אראפשלעפן? מ’דארף עס מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל!

(געהערט פון גענוג ראשי קהלות און מנהלי המוסדות)

הרב שלמה מיכאל מאיער, ק”י

מנהל כולל שומרי החומות
לצדקת רבי מאיר בעל הנס בארה”ק

איך האנדל שוין מיט ידידי ר’ זושא לאנגע יארן, ווי זיינע כשרונות און זיין מהלך אין עסקנות האט דראסטיש געהויבן אונזערע יערליכע הכנסות לצדקת רמבעה”נ, און אדאנק זיינע פילע פעולות האבן מיר אנגעהויבן שיקן חודש’ליך פיל מער, כה לחי!

מאיר מרדכי בערקאוויטש, מאנסי

וועלט בארימטער רעדנער
און וועטעראן פאנדרעיזער

ביי ארגאניזאציעס בכלל איז דא אסאך פלענער און עצה געבער’ס, אבער ווען ידידי ר’ זושא קומט אריין אין בילד, איז ער אויסגעקאכט להלכה ולמעשה, פון זיין לאנגיעריגע עקספיריענס…

הערשל ווערטהיימער, ברוקלין

עקזעקיוטיוו דירעקטאר
המספיק אוו קינגס קאונטי

זייענדיג א לענגיעריגער ידיד מיט ר’ זושא קען איך מעיד זיין, אז זיין מהלך אין עסקנות איז אויסגעהאלטן און אחריות’דיג, ער האט אסאך אויפגעטון אין די פארגאנגענהייט, און איז גרייט ווייטער אויפצוטון מיט הארץ און געפיל.

בלויז 10 מינוט, קען טוישן אייער גאנצע לעבן

  • קען ציבור פרא ארויסהאבן גרינטליך די גאנצע מציאות?
  • איז מעגליך צו טרעפן א סעלושן צו יעדע טשאלענדזש?
  • די פרישע קורסעס פארגרינגערט אויך אויסער פאנדרעיזינג?

רעזערוויר יעצט דיין צעהן מינוט פריי פון אפצאל

לאמיר זיין בקשר