דער ריכטיגער אדרעס צו לעזן קהל’ישע און
ציבור’ישע אנגעלעגנהייטן

פאר לאנגע יארן האבן מיר ב”ה געלעזט אומצאליגע קאמפליצירטע נושאים, און צוזאמענגעארבעט מיט אויסגערופענע מומחים בעולם העסקנות, און שטודירט וויאזוי צו פארגרינגערן זאכן וואס זעען אויס אוממעגליך, אצינד קענט איר געניסן דערפון…

טייל ארגאניזאציעס וואס האט געהאלפן בויען אונזער עקספיריענס במשך 25 יאר בס”ד

שלום וברכה ענערגישער עסקן און כלל טוער:

אין די היינטיגע ‘הייפער-וועלט’ ווען ס’איז צוגעקומען אסאך פרישע טשאלענדזשעס ספעציעל אין מוסדות און ארגאניזאציעס, איז אויך צוגעקומען אסאך פרישע לעזונגען און נייע מהלכים, טראץ דעם וואס פאר טייל מענטשן קומט עס אן שווער, קען זיך אבער פיל פארגרינגערן מיט די ריכטיגע וויסנשאפט.

תלי”ת אז מיר האבן שוין זוכה געווען צו העלפן צענליגער קהילות, מוסדות און ארגאניזאציעס, און זיי באגלייט מיט יעוץ והדרכה במשך די לעצטע 26 יאר, און זיך איבערצייגט אז: מיט א ריכטיגן מהלך קען מען שטייגן און בליען אומבאגרעניצט, פיל מער ווי מ’האט אפילו געפלאנט פון פאראויס.

אלזא, לאמיר פרובירן אינאיינעם צו ברענגען אייער מוסד צום העכסטן שטאפל, עס איז נישט אזוי קאמפליצירט ווי מאנכע מיינען… און גיבט אונז די געלעגנהייט צו זיין אייער שליח פאר די שטייגענדע הצלחות, פיל פיל העכער ווי אייער ערווארטונג בס”ד.

און, גלויבט אונז נישט, איבערצייגט אייך אליין!

אייער קאלעגע
מרדכי משולם זושא שניטצלער
גרינדער פון ציבור פרא קאנסאלטינג

מיין ווארט צו אייך:

אונזער סערוויס
פאר מוסדות און ארגאניזאציעס:

קאונסאלטינג

אהערצושטעלן די ריכטיגע סטראטעגיע, ארויפצוברענגען צו נעקסט-לעוועל

פובליק רילעישענס

אייגנארטיגע אדווערטייזינג, דירעקט מארקעטינג און ברענדינג

פאנדרעיזינג

באגלייטן פאנדרעיזינג, מסיבות, דינער’ס, אנליין קאמפיין’ס, און בליץ אקציעס

מהלכים

ספעציפישע מהלכים פאר אפיס אפעראציעס, קאָלעקשאנ’ס און סעטלמענטס

שטאב הילף

בעסער איינטיילן ארבעט צווישן די שטאב מיטגלידער, אדער אויסגלייכן קאנפליקטן

אונזער סערוויס
פאר יחידים און עסקנים:

סופארט

סופארט און קאוטשינג, הילף אויפצוטרעטן ברבים, צוגרייטן פראפעסיאנאלע רעדעס

מענעדשמענט

פראיעקט מענעדזשמענט, איבערקומען א קריזיס אדער שוועריקייטן

פראגעס וואס פרעגט זיך אליין:

ווען לאנגיעריגע שטאב מיטגלידער הויבן זיך אן אפצושאקלען, וויאזוי האלט מען צוזאם דעם מוסד?

די ערשטע זאך: מ’בלייבט נישט מיט פארלייגטע הענט! ווייל דאס העלפט נאך צו אז די שיף זאל טאקע אנהויבן איינצוזינקען.

וואס יא? מיר וועלן אייך צום ערשט העלפן אידענטיפיצירן וואס עס איז דער שורש פונעם פראבלעם, צומאל איז עס טיף באהאלטענע ווארצלען, וואס איז האט איצט אנגעהויבן ארויסצואוואקסן.

דאן וועלן מיר אייך העלפן אפצוהאלטן דעם פראבלעם פון שטייגן, און דערנאך וועלן מיר אייך העלפן גיין ווייטער שטאפלווייז, און באגלייטן ביזן ענדגילטיגן לעזונג בס”ד.

ס'איז פארהאן אזויפיל וועגן צו דעקן א מוסד, ווי הויבט מען אן?

קודם דארף מען זען ‘וויפיל’ אפציעס ס’איז דא בכלל, און נאכדעם: וואס עס קען ארבעטן ביי אייך, און נאכמער ‘וואס ס’קען נישט’ ארבעטן…
דאס עצם דעקן א מוסד ‘פערצופאל’ מיינט נישט אז ס’איז א גוטע מהלך, אפשר קען מען גאר טאפלען די הכנסות?

ס’איז היינט א וועלט מיט אגענטורן וואס קענען אייך העלפן מיט אומצאליגע געלטער פון פארשידענע קוועלער, במילא איז ראטזאם צו אנאלזין די ‘ביג-פיקטשער’ און זען וויפיל איר קענט נהנה זיין פון די היינטיגע שפע, מיט די מינימאלע ארבעט.

פאנדרעיזינג האט זייער אסאך מהלכים, וועלכע איז צוגעפאסט פאר מיין מוסד?

דער שליסל איז: צו זיין קלאר וועלכע מהלך איז געאייגנט פאר אייער מוסד, ווייל ס’איז לא ראוי זה כראוי זה, במלוא מובן המילא.

ס’איז פארהאן צופיל אפציעס, צו קענען אלעס אליין אויספרובירן: פאנדרעיזינג אין שולן, דינער’ס, אפיל’ס, ראפעל’ס, אנליין, איינמאליגע קרן הבנין, גיין צו נגידים אין ביזנעס, אינדערהיים, מסיבות לויט יארגאנג, מלוה מלכה, קינדער פושקע’ס, פרויען פארטי’ס, טשייניס אוקשען, שיקן אימעיל’ס, ארומקאלן אויפן טעל, בריוון אויף פאסט, ועוד.

מיר וועלן אנאליזירן אייער ‘גאנצע’ ארגאניזאציע, און אידענטיפיצירן גענוי וועלכע מהלך איז געאייגענט צפעציפיש פאר אייך.

וויאזוי קען מען אראפברענגען די שטייגענדע בילדינג הוצאות און יוטיליטי בילס? ס'איז זיכער דא א וועג.

עס איז היינט פארהאן אסאך קאמפאניס וואס שטעלן צו עטליכע ערליי סערוויסעס פאר מעינטענענס און יוטיליטיס, ווי אויך אקטיוויטעטן וואס מ’קען ארויסגעבן (OUTSOURCE).
אבער כדי דאס צו קענען טון בשלימות דארף מען קענען די נאטור פונעם בנין / בנינים, צו וויסן ווי צו אנהויבן דאס אינצופעדעמען.
מיט אונזער לאנגיעריגע עקספיריענס אין מענעדזשמענט, וועלן מיר אייך העלפן אנאליזירן אויב דער בנין און מאשינערי פונקציאנירט ריכטיג, און דערנאך וועלן מיר אנווייזן וועלכע מהלך צו נעמען, אייך צו קענען איינשפארן אומגעהויערע הוצאות, וואס איז א שאד צו באצאלן על קרן הצבי…

טראגן א מוסד אויף די פלייצע איז נישט לייכט, אבער פארוואס ווערט עס נישט גרינגער?

אייגענטליך, טראגן א מוסד אויף די פלייצעס ‘מוז’ נישט זיין שווער, די סיבה פארוואס עס שפירט זיך אזוי, איז ע”פ רוב ווייל ס’פעלט ‘קלארקייט’ פון ווי די שוועריקייט האט זיך אנגעהויבן, פונקט ווי אין פערזענליכן לעבן און אין ביזנעס.
און וויבאלד מיר האבן שוין מיטגעארבעט מיט הונדערטער ראשי קהילות און מוסדות, וועלן מיר אייך בעזה”י העלפן אראפנעמען דעם שווערן עול, און ביז א קורצע צייט וועט איר זען ‘אסאך נחת גרינגערהייט’ פון אייער מוסד.
און צומאל ווען מ’האלט שוין דארטן, נעמט מען אפילו נאך פראיעקטן לטובת כלל ישראל… אז ס’איז געשמאק, פארוואס נישט?!

דער בודזשעט הויבט זיך כסדר, ווער רעדט נאך מיט די אינפלעישן, וויאזוי פארמיידט מען א קאטאסטראפע?

דאס אליין אז נישט יעדע מוסד האט עכט מורא פון א קאטאטראפע איז פשט, אז עס ‘מוז’ נישט פאסירן…
און די איינציגסטע וועג איז דאס צו פלאנירן פון פאראויס, און ס’איז קיינמאל נישט צו פרי, והזריז נשכר!

הגה בעצמך: אין וועלכע דירעקציע פארט אייער מוסד?!

איך שפיר ממש וואו איך ברעך פשוט אונטער!
ס’גייט נישט מער.
כ’זוך א וועג ארויס איינמאל פאר אלעמאל, ווי אהין קען איך זיך ווענדן?!
כ’האב שוין נישט קיין כוח, ס’איז צייט פאר פרישע עסקנים זיך אריינצולייגן.
כ’האב געמיינט אז ‘הכסף יענה את הכל’ אבער די פרעשור לאזט נישט נאך.
וויפיל צייט און כוח כ’גיב אוועק, איז עס נאך אלס נישט גענוג.
ס’איז ביי קיינעם נישט 100 פראצענטיג, אבער א גוטע שטופ קען צוהעלפן.
ס’איז בעסער ווי אין די לעצטערע יארן, אבער מ’קען אלס פארגרינגערן.
תלי”ת אלעס פארט כשורה, כ’זע נישט ווי מ’קען עפעס אויפטון בכלל
דריי מיך

אוי, ווי לאנג נאך וועט דער מוסד מיך אראפשלעפן? מ’דארף עס מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל!

(געהערט פון גענוג ראשי קהלות און מנהלי המוסדות)

מאיר מרדכי בערקאוויטש, מאנסי

וועלט בארימטער רעדנער
און וועטעראן פאנדרעיזער

ביי ארגאניזאציעס בכלל איז דא אסאך עצה געבער’ס, מיט פיל פלענער צו וואקסן און שטייגן, אבער ווען ידידי ר’ זושא קומט אריין אין בילד, איז ער אויסגעקאכט להלכה ולמעשה, פון זיין לאנגיעריגע עקספיריענס…

הערשל ווערטהיימער

עקזעקיוטיוו דירעקטאר
המספיק אוו קינגס קאונטי

זייענדיג א לענגיעריגער ידיד מיט ר’ זושא קען איך מעיד זיין, אז זיין מהלך אין עסקנות איז אויסגעהאלטן און אחריות’דיג, ער האט אסאך אויפגעטון אין די פארגאנגענהייט, און איז גרייט ווייטער אויפצוטון פאר כלל ישראל מיט הארץ און געפיל.

יצחק עזריאל פריעד, קאנאדא

עקזעקיוטיוו דירעקטאר פּאוינט מארקעטינג

האנדלנדיג מיט ר’ זושא איז מיר אויסגעקומען צו טרעפן דעם מענטש וואס כלל ישראל, האט און וועט בס”ד פיל געניסן פון זיין אויסערגעווענטליכע טאלאנט פון קולע זיין אל השערה, און צוטרעפן צום פינטל מיט גאר גוטע חידושים און געדאנקען!

א 10 מינוט’יגע שמועס וועט אייך קלאר מאכן:

  • קען ציבור פרא קאנסאלטינג מיר העלפן?
  • קען א דרויסענדיגער ארויסהאבן די גאנצע פיקטשער?
  • שוין אלעס פרובירט, וואס נאך איז שייך צו טון?

רעזערוויר דיין צעהן מינוט פריי פון אפצאל

לאמיר זיין בקשר