אהבת ישראל

בית המקדש

אהבת ישראל

אין די 9 טעג ווען יעדער פרובירט צו טון פעולות לטובה בין אדם לחבירו, איז אין פלאץ צו איבערגעבן אט די אינטערעסאנטע געשיכטע:

מיט א צייט צוריק האבן מיר זיך געטראפן זיצן מיט א טויגליכן אינגערמאן, וועלכער האט אסאך יארן עקספיריענס אין עסקנות / פאנדרעיזינג, און האט ארויסגעקוקט צו ווערן אנגענומען ביי א באקאנטע ארגאניזאציע מיט א בכבוד’דיגע פאזיציע, למעשה נאכן זיך טרעפן עטליכע מאל און אויסשמועסן אלע דעטאלן, איז זיין ענטפער געווען ווי פאלגענד:

ס’איז אמת אז כ’וואלט געקענט מאכן שענער פרנסה ווי ביז היינט, אדער היות כ’בין עוסק אין זייטיגע צייטן צו שאפן געלט פאר פריוואטע צוועקן [ידידים און קרובים], שפיר איך אז די נייע פרנסה וועט מיך נישט לאזן האבן גענוג פרייע צייט, און היות ס’איז נישטא קיינער וואס וועט איבערנעמען מיין פליכט לטובת די נויטבאדערפענדע משפחות, קען איך בשום אופן נישט אננעמען די נייע פאזיציע…

דער ריכטיגער באדייט פון מי כעמך ישראל!

לאמיר זיין בקשר