אור חדש

optiTip 15

אור חדש

אין די היינטיגע וועלט ווי זאכן טוישן זיך גאנץ שנעל – און צומאל דראסטיש (מאשינערי, סאפטוועיר, עקאנאמיע און אפילו די מענטשהייט), איז ראטזאם פאר עסקנים זיך צוצושטעלן צום געברויך, טראץ דעם וואס עס קען קאסטן געלט, און ס’איז נישט ריכטיג צו טראכטן אז מ’טאר נישט אויסגעבן געלט ‘ממון הקדש’ צו וואקסן / שטייגן.

ווייל געווענטליך – פונקט ווי אין ביזנעס – וועט א בעסערע ביזנעס-סיסטעם אריינברענגען מער פראפיט, אדער רעדוצירן פראבלעמען און קאפ-וויי, אזוי קען אויך זיין א טובה פארן מוסד, אויב מ’וועט יא אינוועסטירן אין די פרישערע מהלכים (כלפי סערוויס, פאנדרעיזינג, קאלעקשאן, פארשרייבן DATA, מעינטענענס, אא”וו).

און אפילו נישט בלויז פינאנציעל: ס’קען זיין א מוסד וואס פירט זיך לאנגע יארן לויט געוויסע פארשריפטן, אדער פשוט לויט די ערשטע מהלכים און סטראטעגיעס (פון צענליגער יאר בעפאר), ווי מ’דארף צומאל פון פריש אנאליזירן און איבערקוקן דעם גאנצן מהלך, אז דער מוסד זאל נישט בלייבן אונטערשטעליג קעגן אנדערע, צוליב פארנאכלעסיגטע מהלכים וואס ווערן ווייניגער אפעקטיוו, און פון פריש אנאליזירן ווען / וויאזוי ס’איז צייט פארן קומענדיגן שטאפל.

לאמיר זיין בקשר