ס’איז פארשטענדליך אז איידער מ’שפרינגט אריין אין א פראיעקט בעולם המסחר, דארף מען גוט שוקל זיין פינאנציעל די הוצאות און הכנסות, זיכער צו מאכן אויב די קומענדיגע שריט וואס מ’נעמט איז טאקע אויסגעהאלטן, ווייל דער גאנצער יסוד אין ביזנעס איז דאך ‘לשם ביזנעס’.
אנדערש איז אבער אין עולם העסקנות, וויבאלד מ’טוט פאר אנדערע אידן, איז מען באשאנקען מיט א באזונדערע סעייתא דשמיא, במילא דארף מען נישט אזויפיל פלאנירן ‘וויאזוי ס’וועט זיך ענדיגן’, ווייל אז מען טוט וואס מ’קען העלפט דער אויבערשטער, און מיר ווייסן אז מ’דארף ‘טון’ און נישט ‘אויפטון’, ווייל ווען “מ’טוט” סיי וואס, טוט מען אויך אויף אסאך.
Δ