נישט קיין חילוק וויפיל פעולות אן עסקן האט שוין אויפגעטוען, קען זיך אבער אלץ מאכן אז דאס עסקנות נעמט אים איבער און ער ווערט פארכאפט אין ‘עסקן’ישע דאגות’, וואס נישט אלעמאל קען מען טרעפן מיט וועמען מקיים צו זיין דעם ‘דאגה בלב איז ישחנה לאחרים’…
איז כדאי צו וויסן אז אפילו ווען מ’טרעפט נישט דעם ‘פאסיגן עסקן’ מיט וועמען דאס אויסצושמועסן, קען מען זיך אבער גרינגער מאכן
דורך עס איבערשמועסן פשוט מיט א גוטן פריינד, אדער מיט איינעם וואס קען די נושא ‘אפילו ער איז בכלל נישט קיין עסקן’, ווייל דער עיקר איז דאך צו פארשטיין די שפראך וואס מ’הערט / מ’רעדט, און ס’מוז נישט ברענגען לידי מעשה אויפן מינוט, און דאס אויסשמועסן מיט איינעם וואס פארשטייט אביסל די שפראך, קען אויך היבש פארגרינגערן צו קענען רואיג אנגיין אויף ווייטער בס”ד.
Δ