החכם עיניו בראשו

image (99)

החכם עיניו בראשו

בנוסף צום פאריגע וואכעדיגע טיפ ‘הושענא נפש מבהלה’ איז כדי צו וויסן:

ווען ס’קומט צו רעדוצירן סיי וועלכע הוצאות [און בפרט ממון הקדש] קען מען איינשפארן זייער אסאך געלט, ווען מ’טוט זאכן דוקא ווען ס’איז ‘נישט’ דער סעזאן, און ווי מער מ’איז אויסגערעכנט פון פאראויס, אלס מער קען דאס צוניץ קומען.

צ.ב.ש. דינגען א פלאץ אין א שוואכערע סעזאן פון יאר, אנשטאט דינגען ווען ס’איז שוין נישט מעגליך צו בלייבן ביים אלטן פלאץ. אדער קויפן א קעמפ דורכאויס די ווינטער חדשים, דוקא ווען ס’איז נישט א שטארקע סעזאן דערפאר. אויפנעמען א לאנג-טערמיניגן ארבעטער, גענוג צייט בעפאר מ’מוז אים אייגנטליך נוצן. א.א.וו. אין אסאך פעללער וואס דער ‘חכם שעיניו בראשו’ וועט אסאך פארדינען פון אזא מהלך.

לאמיר זיין בקשר