אסאך מאל ווען מ’איז עוסק אין א פראיעקט – ספעציעל צווישן עסקנים – אטעמט מען אפ נאכדעם וואס מ’זעט שוין הצלחה, און ס’שפירט זיך טאקע גאר גוט / דערהויבן. מצד שני איז אסאך מאל מעגליך צו טראגן די הצלחה אויך אויף ווייטער, און ס’איז ממש א שאד אז מ’שטעלט זיך אפ צו פרי.
במילא איז וויכטיג ווען מ’פלאנירט אויס אן אקציע / מעמד אדער סיי וועלכע ציבור’ישע אקטיוויטעט, אריינצונעמען אין חשבון וויאזוי און וויפיל מ’קען דאס טראגן א שטאפל ווייטער, וואס די צווייטע-שטאפל קען אמאל זיין פילפאכיג מער הצלחה’דיג ווי די ערשטע, וואס מ’האט נישט יעדן טאג אזא געלעגנהייט, נאר ממש ווען מ’איז נאך אינעם שוואונג, אונטערן רושם פונעם ערשטן שטויס קראפט.
Δ