ואהבת לרעך כמוך

optiTip 14

ואהבת לרעך כמוך

צומאל אין ביזנעס – ווען עפעס ארבעט זיך נישט אויס צווישן מענטשן, קען מען שפירן אז מ’פארשטייט זיך נישט איינער מיטן אנדערן, און עס קען ברענגען א אומאנגענעמע סיטואציע פאר א צייט אפשניט. דאס פאסירט געווענטליך אויב איינער שפירט ווי זיין פארדינסט איז ווייניגער וויפיל מ’האט געשאצט, אדער אויב ס’איז אונטערגעקומען אומגעפלאנטע סיטואציעס, אבער הצד השווה שבהן: אז די מיס-פארשטענדעניש איז מיסודו ‘פינאנציעל’.

אנדערש איז אבער ווען מ’רעדט פון עסקנות, ווען אן עסקן האט געטון וואס ער איז געווען ביכולת – לויט זיין ערפארונג, איז פארט מעגליך אז ער האט מעגליך עפעס פארזען, און טאמער די ערווארטעטע רעזולטאטן וועלן נישט ארויסקומען לויטן פלאן, איז נישט פאסיג זיך צו בייזערן אויפן עסקן, נאר פארקערט – דער באטרעפנדער דארף דאס אויך אויפנעמען מיט געפיל און פארשטאנד, און זיך באנעמען מיט’ן עסקן כמים הפנים אל פנים.

לאמיר זיין בקשר