ויהי ערב ויהי בוקר

1233333

ויהי ערב ויהי בוקר

אסאך ווערט געברענגט פון צדיקים וויאזוי אויסצוניצן די לאנגע ווינטער נעכט, וואס קען אויך צוניץ קומען פאר עסקנים. דהיינו: ס’איז פארהאן אסאך אקטיוויטעטן ווואס פארלאנגען פערזענליכע מיטינגען, וואס ווערט בעיקר געטון אין די נאכט שעות, וואס זומער-צייט איז שווערער צוזאמצונעמען די נויטיגע מענטשן, צוליב וואס די נאכט הויבט זיך אן היבש שפעט און מענטשן יאגן זיך אהיים נאך מעריב.

פאר אזעלכע סארט עסקנים איז ראטזאם אויסצוניצן דוקא די איצטיגע “ווינטער נעכט” אויף ווען מ’דארף זיך טרעפן ביי פערזענליכע מיטינגען. און אפילו ווען מ’דארף טרעפן איינצעלנע מענטשן פערזענליך ביי שחרית, קען מער דאס טון אין ווייניגער צייט במשך די ווינטער חדשים, ווען דער ציבור איז די צייט וואס מ’דרייט זיך אין ביהמ”ד איז קאנצענטרירט אין ווייניגער שעות צווישן ותיקין און די לעצטע מנין.

לאמיר זיין בקשר