חברא חברא אית לי’

optiTip 13

חברא חברא אית לי’

טראץ דעם וואס א גוטער דאקטאר קען פונקטליך אידענטיפיצירן פון וועלכע מחלה א חולה ליידט ל”ע, מיינט נישט אייביג אז דער זעלבער דאקטאר קען אים אויך אויסהיילן, און אפילו אויב דער דאקטאר פרובירט אלע רפואות און מעדיצין, איז דאס נאך אלס נישט פארזיכערט אלס א ענדגילטיגע היילונגס-מיטל.

דער זעלבער כלל גילט אויך אין עולם עסקנות, אמאל קען א גוטער עסקן אינדענטיפיצירן א געוויסע זאך, וואס קיינער האט ביז היינט נישט געטראכט אז מ’קען אויפטון אין דעם תחום, און ער לייגט זיך אריין בלב ונפש לטובת הציבור, און למעשה אויב דער עסקן האט נישט מצליח געווען מיט א קלארע ‘לעזונג’, קענען עס מענטשן גרינג אוועקמאכן.

וואס אין אמת’ן אריין, איז ‘לא עליך המלאכה לגמור’ (אבות ב, ט”ו), און דער אויבנדערמאנטער עסקן האט כאטש געטון די ערשטע האלב ארבעט – וכל התחלות קשות, און אויב איז דא א צווייטער עסקן וואס קען יא אינגאנצן לעזן דעם פראבלעם, איז דאס אויך וויכטיג פאר כלל ישראל, און דער ערשטער עסקן וועט נישט ברוגז זיין אז א צווייטער האט זיך משתתף געווען אין די פעולות לטובה, (ס’קען זיין אז אן עסקן וואס קען טאקע לייזן א פראבלעם, קען דאס אבער נישט מתחילה אליין אידענטיפיצירן), וקנאת סופרים תרבה חכמה. 

לאמיר זיין בקשר