חייך קודמין

optiTip 11

חייך קודמין

וויבאלד אן עסקן לייגט אריין מער הארץ אין זיין עבודת הקודש, דארף מען אראפנעמען א באשטימטע צייט אין טאג (אפילו א האלבע שעה, אדער ספעציפישע זמנים במשך די וואך), וואס מ’איז גענצליך מסיח דעת פון עסקנות, און מ’ניצט די צייט פאר די אנדערע באשעפטיגונגען.

צו זיין פארנומען 24/7 איז נישט בלויז א בענעפיט, ווייל דאס ארבעטן אן קיין שום זייגער טוט אפשוואכן דעם גוף, מוח און ענערגיע, און מ’קען דערפון ווערן אויסגעברענט ויצא שכרו בהפסדו.

לעומת זה, א סטאבילע סדר היום, טוט פילפאכיג פארשטערקערן וויפיל א מענטש קען אויפטוען.

מ’קען מיינען אז דאס איז איבערגעטריבן (אדער גאר סעלפיש…), אבער ביי טייל פירער’ס פון גרויסע ביזנעסער / ארגאניזאציעס, איז דייקא דאס – דער שליסל צו קענען בעסער מצליח זיין, במילא איז דאס ספעציעל געזאגט געווארן ביי עסקנים וואס ארבעטן ווען אימער ס’איז מעגליך.

פאר ‘פאבליק-מענטשן’ וואס טוען פארן ציבור – נישט ארום דעם זייגער, איז אויך וויכטיג צו האבן אפיציעלע ‘עסקנות-שטונדן’ פונקט ווי מ’האט ‘ביזנעס-שטונדן’ אין עולם המסחר, וואס וועט ערלויבן אנצוגיין לטובת כלל ישראל פאר לענגערע יארן בס”ד, אן דעם וואס ס’זאל פארגיין די אפעטיט.

לאמיר זיין בקשר