אריינגייענדיג אין די שטארק פארנומענע בעפאר יום טוב תקופה, ווען דער טאג איז נישט גענוג לאנג אויף וואס מ’וויל / מ’דארף אויפטון אויפטון, איז ראטזאם אויסצושטעלן א טעגליכן סקעדזשול / טו-דו-ליסט פאר “צוויי-טעג אויפאמאל” (א טאפלטע ‘טעסק’ ליסטע), אזוי קען מען גלייך מאנעוורירן און קלויבן וואס מ’קען שוין טון “היינט”,
און שפעטער דוראויס דעם טאג, אראפנעמען וואס ס’איז שוין געטון, און איבערמאכן דעם ליסט אפילו מיט די זאכן וואס זענען אין פלאן אויף מארגן, און ‘צומארגנס’ טוט מען בלויז די ‘פארבליבענע זאכן’ פון היינט, וואס מ’האט פשוט נישט אנגעיאגט נעכטן…
און אזוי מאכט מען איבער די ליסטע כסדר אויף 2 טעג אויפאמאל.
Δ