איינמאל א יאר – חמשה עשר בשבט – נעמט מען צוזאם אומצאליגע הערליכע פירות מינים ממינים שונים, ווי מ’איז זיך משתדל צו מאכן א שהחיינו און מ’דערקוויקט זיך מיט די אייגנארטיגע אויג-פארכאפענדע פירות, ווי מ’האט זיך אפגעגעבן מיט יעדע פרוכט באזונדער אז ס’זאל נישט קאליע ווערן, און נישט ווערן אפעקטירט פון די וועטער און פון אינזעקטן, די פירות דארפן כסדר ווערן בא’וואסער’ט און ס’מוז האבן גענוג זון-שיין צו קענען וואקסן און בליען, ביז מ’קען דערויף מאכן א ברכת הנהנין ווען ס’איז שוין ענדליך געצייטיגט און אפגעשיילט.
אין עולם העסקנות – ווי מ’קען אויך אמאל ‘עסן ווערעם’ ביז מ’הויבט אן צו זען נחת פון די שווערע פעולות וואס מ’לייגט אריין, דארף מען אויך מאכן א סך הכל אויף צוריק – כאטש איין מאל אין יאר, און צאמקלויבן אלע פראיעקטן מיט וואס מ’האט מצליח געווען אויפצוטון, און אליין שעפן נחת פון די צייט און ענערגיע וואס מ’האט אוועקגעגעבן לטובת אחב”י, וואס וועט זיכער געבן פרישע כוחות און חשק אנצוגיין אויך אויף ווייטער, ווייל אז מ’קען יא אויפטון, איז א שאד דאס נישט אויסצוניצן.
Δ