מיינונגס פארשידנהייטן

optiTip 5

מיינונגס פארשידנהייטן

אין עולם העסקנות זעט מען אפטמאל אז דער ‘דעת הציבור’ איז נישט די זעלבע ווי דער ‘דעת פון אן עסקן’, און צומאל זעען געוויסע זאכן אויס גאנץ גרינג דורכצופירן, און ‘יעדער’ האלט אז מ’דארף טוען געוויסע פעולות, און מ’שפירט ווי די עסקנים וואס זענען אביסל בעובי הקורה האלטן אנדערש, און דער אלגעמיינער ציבור פארשטייט נישט זייער מהלך למחצה לשליש ולרביע.

דעריבער איז גוט צו איבער’חזר’ן: כשם שפרצפיהן אינן שוות, כך דיעותיהן אינן שוות (ברכות נח:), און מיר געפונען טאקע אין רמב”ן (במדבר, י”א טז) אז צוליב דעם זענען די שופטי ישראל (סנהדרין) געווען זיבעציג אין צאל, כדי צו כולל זיין אלע דעות ‘ולא יפלא מהם כל דבר’ (צאמגעשטעלט פון 70 מהלכי המחשבה),

דעריבער טראץ דעם וואס יעדער יחיד קען באמת האבן אן אנדערע מיינונג לויט זיין אייגענע פערספעקטיוו, קען אבער זיין נאך 69 מיינונגען פון אן אנדערן פרעספעקטיוו, אנדערש ווי ער טראכט, (עיין שערי מדע סוכות תשפ”א).

אן אחריות’דיגער עסקן ווייסט גרינטליך זיינע באשעפטיגונגען – ספעציעל אויב ער האט אסאך יארן ערפארונג – במילא אפילו אויב מ’טרעפט נישט צו אינגאנצן צו זיין מהלך, איז כאטש וויכטיג אים נישט צו שטערן ווען ער וויל עפעס אויפטון, אפילו מ’פארשטייט אים נישט געהעריג.

לאמיר זיין בקשר