סוף הכבוד לבוא

TIM

סוף הכבוד לבוא

געווענטליך אין עולם המסחר ווייסט מען – מער ווייניגער – וועלכע פעולה עס קען ברענגען וועלכע רעזולטאטן, און אפילו ס’איז נישט זיכער אז ס’וועט ארבעטן אויף %100, איז לכה”פ פארהאן א דורכשניטליכער וויזיע ווי אהין די פעולות וועלן פירן בעזה”י, (ענליך צו דער מהלך אין מארקעטינג).

אנדערש איז אבער ביי עסקנים – נישט קיין חילוק אין וועלכע פעלד – אז בשעת מ’פרובירט סיי וועלכע פלאן / מיסיע, קען מען אבער נישט גענוג וויסן אין אנהויב

וואס / וויפיל עס וועט ברענגען אויף למעשה, און טאקע צוליב דעם קען מען גרינגער האבן אנטוישונגען אדער א שטיקל נידערלאגע, וועלכע מאכט דאס עסקנות שווערער און מער קאמפליצירט.

און דערפאר איז טאקע וויכטיג צו פרובירן מער ווי איין מהלך אויף אמאל, אזוי אז צווישן אלע פעולות צוזאמען, וועט מען אנקומען שנעלער און גרינגער צו מצליח זיין בס”ד.

לאמיר זיין בקשר