צדק צדק תרדוף וירשת

optiTip 16

צדק צדק תרדוף וירשת

אין די איצטיגע חנוכה תקופה זעט מען אסאך “קינדער-עסקנים” זיך דרייען מיט גורלות און פושקעס, ווי ס’איז דער סדר אז קינדער גייען ארום פאר צדקה געלט, וואס אין ימי החנוכה איז עס בעצם א מנהג קדמונים, ווי ס’ווערט געברענגט אין אומצאליגע ספה”ק, (טייל קינדער דארפן אויך געדענקען צו געבן מעשר…).

אצינד שטעלט זיך די שאלה וואס מאנכע פרעגן: מילא חנוכה און פורים האט דאך א מקור, אבער פארוואס ‘דורכאויס דעם יאר’ דארפן קינדער סתם ארום גיין נאך געלט, אדער מיט פושקעס ביי הייזער, ס’איז דאך אזוי שווער פאר זיי [נעבעך…], און ס’קען גאר צוקומען צום נסיון העושר… (וואס גילט אויך ביי געלט וואס מ’גיבט פאר קינדער אין טאש / קעמפ).

דעריבער איז ראטזאם צו האלטן פאר די אויגן, אז אפילו בגשמיות איז דאס אויך א געזונטע זאך – וקנאת סופרים תרבה חכמה, די קינדער לערנען זיך וויאזוי צו קאמיוניקירן, מאכן א ציל, נישט צו זיין אזוי סענסיטיוו, האבן א סקעדועל, זיי הויבן אן באמערקן דעם ‘כך דיעותיהן אינן שוות’,

 זיי פאסן אויף וויאזוי ערוואקסענע מענטשן פירן זיך אויף, און בסך הכל באקומען זיי ‘דיקערע הויט’ צו פארנעמען די גרויסע וועלט וואס קומט זיי אנטקעגן.

ס’איז באקאנט אז רביה”ק מ’סאטמאר זי”ע פלעגט אסאך שיקן די בחורים נאך געלט, און אפילו ווען איינער האט געוואלט ‘ברענגען’ דעם געפאדערטן סכום אנשטאט צו ‘גיין אליין’ נאך געלט, האט ער נישט מסכים געווען דערצו, וואס דאס ווייזט ווי וויכטיג ס’איז, אז די יוגנט זאל זיך צוגעוואוינען אז מ’דארף טון גמילת חסד ‘בגוף’.

מ’קען ארויסנעמען נאך א בענעפיט: מ’זעט אסאך מאל ווי בחורים העלפן זייערע חברים צאמשטעלן געלט פאר ‘הכנסת כלה’, וואס בעצם האט זיך זייער עקספיריענס אנגעהויבן אינגערהייט ‘חנוכה און פורים’ דורך פושקעס וכדומה, און צומאל זענען דווקא די ‘קליינע אומשולדיגע קינדערליך’ וואס גייען ארום מיט פושקעס, אויסגעוואקסן ‘גרויסע עסקנים’ פאר די קומענדיגע יארן צו העלפן כלל ישראל.

לאמיר זיין בקשר