עס מאכט זיך אסאך מאל אז אן עסקן וויל זיך וויכטיג טרעפן מיט איינעם לטובת אן ענין, און פאר יענעם איז גראדע זייער שווער אויפצונעמען דעם עסקן אויפן מינוט / טאג, און ס’איז שווער צו באקומען א באשטעטיגטע אפוינטמענט ביי יענעם, און לאו דווקא אז יענער וויל דאס אפשטופן, נאר ס’קען אים פשוט זיין שווער זיך אראפצובינדן דערצו, אן עצה צו דעם איז:
ערשטענס צו באשטעטיגן א פאסיגע צייט וואס יענער קען זיך ‘יא’ צושטעלן – אפילו ס’איז נישט אזוי שנעל ווי מ’האט געוואלט – און נאכדעם קען מען גרינגער פרובירן צו באקומען אן אפוינטמענט אויך אויף א פריער’דיגע געלעגנהייט, אזוי וועט מען כאטש נישט האלטן אין איין פארלירן איין געלעגנהייט נאכן צווייטן, ווייל סוכ”ס האט מען שוין איין באשטעטיגטע אפוינטמענט, אפילו ס’איז נישט אזוי שנעל מ’האט לכתחילה געוואלט.
Δ