צומאל ארבעטן עסקנים צוזאמען פאר א געוויסע תקופה אדער אויף א געוויסע פראיעקט, ווי יעדער שטעלט צו דאס בעסטע פון זיינע כשרונות און יכולת, און מ’שפירט אז אויב די התחלה איז גוט, דאמאלס בלייבט אלעס גוט, המתחיל במצוה אומרים לו גמור, נישט אזוי?!
למעשה אבער איז עס נישט אייביג אזוי, און מיט די צייט קענען די כוחות און חשק אויסוועפן,
און ס’איז זייער וויכטיג זיך צו טרעפן נאכאמאל מיט די זעלבע חבורה איבערצוגיין און פלאנירן אויף ווייטער.
דאס זיך צוזאמטרעפן און איבער’חזר’ן די צוקונפט קען צוהעלפן נישט נאר מיט חיזוק און אפדעיטס, נאר אויך צוליב וואס אסאך מאל במשך די אקטיוויטעטן קענען זיך זאכן טוישן, און כדי מצליח צו זיין ווייטער דארף מען פון פריש איבערגיין די פלענער, וואס זאל טאקע פירן צו די מאקסימום הצלחה!