מ’קען אפשר זאגן בשבח פון די טויזענטער עסקנים וואס האבן באגלייט כלל ישראל במשך דעם פארלאפענעם חודש תשרי, צו קענען אויספירן די אלע מצוות און מעשים טובים עד אין שיעור וערך:
וואס די גמרא זאגט (מנחות צ”ז ע”א), בזמן שביהמ”ק קיים “מזבח” מכפר על אדם, ועכשיו שאין ביהמ”ק קיים “שולחנו” של אדם מכפר,
ווי די מפרשים זאגן אז דער “שולחנו של אדם” מיינט די אלע צדקה וחסד וואס א מענטש טוט, ספעציעל אין אונזער פאל ביים צושטעלן די צרכי יום טוב פאר גאנץ כלל ישראל, אין יעדן פרט ובפרט וואס גיבט צו אז אידישע קינדער זאלן קענען פראווענען די שענסטע צייטן פון יאר, מיט אלע באקוועמליכקייטן וואס די השפעה בלייבט אויף אייביג, און גדול המעשה יותר מן העושה!