ווען אן עסקן קומט צוהילף פאר א באטרעפנדן, איז זייער וויכטיג ארויסצואווייזן פאזיטיווע אנערקענונג פארן עסקן, אפילו מ’איז נאכנישט אינגאנצן ארויס פונעם פלאנטער, טראץ דעם וואס ס’איז נישט אזוי גרינג צו ווערן פאזיטיוו בעפאר מ’איז א געהאלפענער, און צו טוישן די אלטע דילעמא’דיגע אטמאספערע בעפאר מ’זעט פאזיטיווע אנטוויקלונגען.
דאס העלפן א צווייטן ווען יענער בלייבט קרעכצן אויף זיין מצב, איז נישט נאר א שאדן פאר די מיט’ארבעטער’ס וואס קענען פארלירן דעם אפעטיט, נאר ס’איז אויך נישט גוט פארן באטרעפנדן צו בלייבן שטעקן אינעם פלאנטער, צוליב די ‘רחמנות’דיגע מצב’ אין וואס ער האט זיך באקוועם געמאכט.
און דא קומט אריין דער: טראכט גוט וועט זיין גוט, (גוט פאר אלע ארומיגע…).
Δ