בשבילי נברא העולם

optiTip 8

בשבילי נברא העולם

ס’זעט אויס ווי עס איז דא מענטשן מיט געוויסע שטריכן, וואס פארקערפערט זיי אלס אן “עסקן”, און ס’ווארפט א ליכט אז נאר די “עסקנים” זענען די מענטשן אויף וועמען מ’קען דארף זיך פארלאזן, און ס’איז זיי ניחא צו ווערן איבערגעפילט מיט ארבעט…

אבער מצד ‘במקום שאין אנשים השתדל להיות איש’ קען למעשה יעדער איינער זיין אן עסקן, און די עסקנים וועלן גארנישט ברוגז זיין אז מ’נעמט אוועק ארבעט פון זיי.

מ’קען טאקע אסאך מאל זען מענטשן וואס קיינער וואלט נישט געטראכט אז זיי טויגן צו עסקנות, און זיי שיינען ארויס מיט גרויסע פעולות וואס זיי טוען אויף, (צומאל באהאלטענערהייט… מתן בסתר), און ווען ס’קומט צו זייער’ס א משפחה מיטגליד אדער אייגענע קהילה געברויכן, שטעלן זיי צו זייער טאלאנטפולע עקפרעטיז פארן די ארומיגע.

לאמיר זיין בקשר