בשמיעת האוזן – דערהערן

LISTENING-SKILLS-1024x576

בשמיעת האוזן – דערהערן

צווישן די מ”ח דברים שהתורה נקנית בהן (אבות פרק ו’) איז דער ‘בשמיעת האוזן’ די צווייטע קנין, זעט אויס אז דאס ‘צוהערן’ איז דער שליסל צו קונה זיין תורה ומצוות, און הערשט נאכדעם רעכנט די משנה אויס נאך 46 קנינים.

מ’קען דאס גאר גוט פארשטיין ווען עס קומט צו די סוגיא פון ‘עסקנות’: אז כדי צו קענען ארויסהעלפן א צווייטן, מוז מען אריינלייגן אסאך צייט און געדולד אויף וואס מ’הערט, ווייל וויפיל בעסער מ’קען יענעם ‘אויסהערן’, אלס בעסער וועט מען פארשטיין וויאזוי אים צו קענען העלפן, און פיל בעסער ארויסהאבן די נושא ארום און ארום.

מ’קען טאקע באמערקן אז די הצלחה ביי גרעסערע עסקנים איז: וויאזוי און וויפיל זיי הערן אויס יענעם, און פארשטייט זיך אז ווען מ’שפירט מיט מיט יענעם, וועט זיך יענער גרינגער עפענען און זיך בעסער אויסדרוקן, און דאס וועט גורם זיין אז מ’זאל אים טאקע בעסער קענען העלפן.

מצד שני, איז דאס זעלבע אויך וויכטיג צו וויסן פאר די וואס זענען בקשר מיט עסקנים, אז ווי מער אינפארמאציע מ’געבט איבער פאר אן עסקן, אלס בעסער וועט מען זיי קענען העלפן דעם באטרעפנדן בס”ד.

לאמיר זיין בקשר