עס מאכט זיך אסאך מאל ביי עסקנים ווען מ’האלט בעפאר א דעד-ליין, און מ’שלאגט זיך מיטן זייגער צו פארענדיגן גאנץ וויכטיגע אקטיוויטעטן, קען אמאל פאסירן אז ס’גייט נישט וויאזוי מ’וויל… ווער רעדט נאך אויב ס’רוקט זיך אונטער אן אומגעראכטענע פאנטשער.
איז אזוי, אויב האט מען גענוג ערפארונג צו באהאנדלען א שווערע נושא, און מ’קען אנגיין אין סיי וועלכע מצב, הרי טוב…
אבער אויב מ’פאלט אריין אין א בהלה, דעמאלס יעדע זאך וואס מ’טוט קען זיך ענדיגן מיט א דורכפאל, נו וואס טוט מען דא?
אין אזא פאל איז וויכטיג אלעס אפצושטעלן, און זיך פריש אריענטירן און איבערקוקן מיט הרחבת הדעת ‘אלע אפציעס’, און נאכמאל איבערגיין די פלענער ווי אזוי צו גיין ווייטער, ווייל אין א צייט פון בהלה קען מען פיל מער דורכפאלן ווי מצליח זיין, און די וואס האבן דאס דורכגעלעבט ווייסן זייער גוט וואס דאס מיינט.
Δ