די גמרא זאגט (פסחים ד.) זריזין מקדימים למצות, שנאמר (בראשית כב, ג) וישכם אברהם בבוקר, דאס איז ספעציעל ווירקזאם ביי אנגעשטרענגטע עסקנים, ווען אינדערפרי איז נאך די מוח לויטער און קלאר, בעפאר די רעש’דיגע וועלט הויבט אן צו בודזשעווען, און מ’קען אין די ערשטע צופרי שעות אויפטוען ‘טאפעלט’ ווי אין די נאכמיטאג / ביינאכט שעה’ן. וואס דאס איז ספעציעל וויכטיג פאר עסקנים ביים באהאנדלען סיטואציעס וואס מ’קען ווערן אויסגעברענט.
און טראץ דעם וואס דאס איז בדרך כלל א פארשטענדליכע זאך, איז דאס ספעציעל וויכטיג צו וויסן אין עולם העסקנות, ווייל אן עסקן וועט מען גרינגער אפזאגן און אפשטיפן – סתם אזוי אויך, במילא לוינט זיך בעסער אריינצוכאפן די עסקנות אין פריע’רע שעה’ן ווען דער המון עם איז נאך רואיגער, און ס’קען דאמאלס זיין פיל גרינגער צו פארלאנגען א טובה אדער נדבה.
Δ