א הוספה צום פאריגע וואכעדיגע טיפ, איבער ‘עסקנות-שטונדן’: ס’זענען פארהאן עסקנים וואס וועלן זיך איבעררייסן פאר א צווייטן איד – מיטן לייב-און-לעבן אן קיין גבול, לעומת זה זענען דא מענטשן וואס וואלטן זיך נישט אונטערגענומען קיין שום עסקנות, וואס לכאורה דארפן ביידע דאס איבערקלערן.
דער רמב”ם לערנט אונז: כל אדם שדעותיו ‘דעות בינונית ממוצעות’ נקרא חכם (מדע הל’ דעות פ”א), א קלוגער מענטש דארף זיין באלאנסירט, און ס’איז נישט גוט צו נעמען קיין שום עקסטרעמע מהלך.
נו, וואס האט דאס מיט עסקנות? נאר ווען מ’טוט פאר אנדערע אידן מיטן פולן אייפער, קען מען מיינען אז וויבאלד ס’איז א גרויסע מצוה מעג מען זיך יא צעפליקן און איבעררייסן, וואס באמת קען מען דורכדעם פארלירן דעם גאנצן חשק אויף שפעטער, און דורכדעם איז ממש יצא שכרו בהפסדו.
די זעלבע זאך פארקערט, א מענטש וואס מיינט אז ‘עסקנות’ איז נישט פאר אים, דארף מיט-דעם-אלעם צוהעלפן מיט וואס מ’קען יא – פאר א צווייטן איד אפילו די מינימום, (משפחה, שכנים און חברים), און דאס וועט אים אינאיינוועגס העלפן פארשטיין די עסקנים וואס טוען אומערמידליך, און ער וועט באקומען א בעסערן בליק פאר די וואס טוען אסאך מער פארן ציבור.
Δ