הנני מוכן ומזומן

press

הנני מוכן ומזומן

יעדער עסקן (און פארנומענער מענטש) איז מעיד אז אין א צייט וואס מ’ווערט איבערגעשטרענגט, דאן טוישט זיך אויך די פעולות פון וואס מען ‘וויל טון’ צו וואס מען ‘מוז טון’, (RE-ACTIVE VS PRO-ACTIVE), פשט דערפון איז אז ס’איז כמעט נישט פארהאן די מעגליכקייט צו טון זאכן ‘אויסגערעכנט’, ווייל מ’פאלט אריין אין א פרעשור’דיגע מצב פון ‘מוזן’ אנשטאט ‘וועלן’, פרעגט נאר סיי וועלכן עסקן…

דאס צוריק צו טוישן איז נישט אזוי שווער, מ’דארף צו ערשט גענצליך אפשטעלן דאס געלויף כדי זיך צו קענען פריש אריענטירן, צומאל דארף מען איבערלאזן האלב-וויכטיגע זאכן, אבער לכבוד דעם קען מען זיך פריש מסדר זיין מיט א נייע סטראטעגיע / פלאן, וואס קען זיך אויסארבעטן נאך אסאך בעסער, און מ’טוט פון איצט און ווייטער ‘נאר’ וואס ס’איז געווען געפלאנט פון פאראויס, ס’איז אויך וויכטיג איבערצוקוקן די מהלך יעדע אנהויב וואך, כדי נישט צו ווערן פארכאפט אינעם געלויף.

לאמיר זיין בקשר