התקבצו זה אל זה

SatExpo3-Website-1 (1)

התקבצו זה אל זה

שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר דעם סאטמאר’ן עקספאו ’זה מזה’ איז מערקווירדיג די גרויסע אויפטו דערפון, נעמליך דאס צאמנעמען אזויפיל באטייליגטע אונטער איין דאך, מיט א געלעגנהייט צו האנדלען / וואנדלען איינער מיטן אנדערן, וואס אויסער דער לכו והתפרנסו ’זה מזה’ איינמאל אין יאר, איז דאס א ספעציעלע געלעגנהייט אויף וואס די באטייליגטע ווארטן שוין זינט דעם פאר’יעריגן עקספאו, זייענדיג איבערצייגט וויפיל ס’האט זיי געהאלפן אין אזא וויכטיגע עקאנאמישער יאר וואס איז פארלאפן אינעם עולם המסחר.

דאס קען קלאר באצייכנט ווערן אלס א דוגמא פון ’והחזקת בו’ וואס דער רמב’’ם רעכנט אויס (בהלכות מתנת עניים פ”י ה”ז) אלס די סאמע ערשטע פון די שמונה מעלות יש בצדקה “זו למעלה מזו”, דאס העלפן און שטעלן א צווייטן איד אויף די פיס, כדי ער זאל נישט דארפן אנקומען צו קיין הלוואות פון א צווייטן, און אוודאי נישט צו דארפן לעבן פון צדקה, א אמת’ע דוגמא פון וחי אחיך עמך, וואס דעריבער איז דאס העכסט באגריסענד ווערד, והוא ישלח במעשי ידינו ברכה והצלחה.

לאמיר זיין בקשר