ואת יהודא שלח לפניו להורות

edited-map

ואת יהודא שלח לפניו להורות

ווי באקאנט צווישן עסקנים – א זאך וואס די גאס ווייסט נישט אייביג – ווען מ’איז עוסק אין געוויסע וויכטיגע פראיעקן לטובת הכלל, קען זיין אז מ’האט געארבעט דערפאר לאנגע חדשים בעפאר ס’קומט אן צום אלגעמיינעם ציבור, אז בשעת מ’לאונטש דעם קאמפיין אדער די סערוויסעס זאל עס זיין סוקסעספול און ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן.

מצד שני מאכט זיך ביי עמערדזשענסי פעללער אז ס’איז נישט אייביג דא די צייט צו פלאנירן פאראויס און אויסארבעטן די בעסטע סטראטעגיעס, ווייל מ’מוז שוין יעצט ‘טון למעשה’ בעפאר די צייט לויפט אויס.

דאס איז אבער זיכער אז איידער מ’וויל זיך אריינלאזן אין סיי וועלכע פראיעקט, דארף מען דאס לכתחילה גוט שטודירן פון אונטער די קוליסין, אסאך בעפאר מ’גייט ארויס צום פאבליק דערוועגן, כדי ס’זאל ווערן פרעזענטירט אויפן בעסטן אופן, ווייל א שלימות’דיגע זאך וואס איז אויסגעארבעט פון בעפאר, ווערט בעסער און שטערקער נתקבל על הלב, ספעציעל ווען די וואס טוען פארן פראיעקט געבן אוועק טייערע צייט און כוחות שלא על מנת לקבל פרס.

לאמיר זיין בקשר