חכם הרואה את הנולד

optiTip 2

חכם הרואה את הנולד

אלס א המשך צום פאריגע וואכעדיגן טיפ, אז אין עולם העסקנות איז מען נישט אייביג זוכה צו זען די בעסטע רעזולטאטן – קען מען אויך אויפפאסן אז ס’זענען פארהאן עסקנים וואס זענען שטארק מצליח אין א געוויסע תחום, און שפירן זיך כסדר שעפעריש און אויפגעהייטערט דארט ווי זיי טוען אויף גדולות ונצורות.

אבער ווען ער – דער זעלבער מענטש – טוישט זיין עסקנות פאזיציע (ביי אן אנדערע ארגאניזאציע אדער דזשאב), אדער אויב דער איצטיגער מוסד טוישט ארום זייער הלוך ילך, קען זיך דעם עסקן’ס מוצלח’דיג עבר טוישן צו אן אנדערע ריכטונג, אמאל צום בעסערונג און אמאל פארקערט.

במילא איז וויכטיג פאראויס צו שאצן אלע קאנסעקווענצן וואס א טויש קען שפעטער גורם זיין, און פון פאראויס מעסטן אלע מעגליכע תוצאות צו פארמיידן אומגינסטיגע קאנסעקווענצן בעזה”י.

ווי גייט דאס ווערטל? אויב עפעס איז נישט צעבראכן, זוך דאס נישט צו פאררעכטן…

לאמיר זיין בקשר