אויב קען מען זאגן ‘אכשר דרא’ אויף די שטייגענדע חסד אקטיוויטעטן וואס קומען פאר בזמנינו אלה, מוז מען זיך געוויס אפשטעלן איבער דעם נייעם דערהער פון די וויליאמסבורג’ע חלוקה לכבוד יו”ט פסח.
ס’איז בכלל נישט קיין סוד אז א מערהייט פון עסקנים זענען יערליך פארנומען אין די איצטיגע וואכן, צו פארגרינגערן פאר כלי קודש און שוואכע פארדינער צו קענען פארגרינגערן די שמחת יו”ט – הן מיט געלט, חלוקות און ווערדפולע קיופאן’ס – פאר די שענסטע זמנים פון יאר וואס נעמט אריין די געהויבענע 8 טעג פסח, נאכדערצו ווען יעדע קליינע ‘הכנה’ קאסט ממון ודמים, אויסער די עצם הוצאות מצות, וויין און פלייש פאר די אומצאליגע סעודות יו”ט וחוה”מ וואס קאסט באלד טאפלט ווי א געווענטליכע יו”ט צוליב די חומרות און הידורים.
היי-יאר איז דאס אבער ארויף מיט כמה מעלות טובות בטובה כפולה ומכופלת, ווען מ’טראכט פון די טויזענטער משפחות וואס דארפן אנקומען נהנה צו זיין פון די חלוקות אויף יו”ט, וואס ווערט געטון אויף די באשיידענסטע אופן וואס מ’וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט פארשטעלן, ממש די העכסטע דרגה פון צדקה וחסד אינאיינעם מיט כבוד הבריות, וואס האט נאך קיינמאל נישט געהאט איר’ס גלייכן.
וקנאת סופרים תרבה חכמה אז דער חונן הדעת זאל אריינשיקן נאך געניטע בייפעלער פאר די געטרייע עסקנים, אינאיינעם מיט די תומכים און שטיצער’ס פון אזעלכע ריזיגע הוצאות, צו קענען אויפקומען מיט ענליכע המצעות אז דער ברייטער ציבור זאל ווייטער קענען געניסן בדרך כבוד, ושכרם עד אין קץ וחלק כחלק יאכלו.