אין די איצטיגע יו”ט’דיגע תקופה איז פארהאן אסאך מער ארבעט ביי אלע עסקנים, און פארשטייט זיך אז מ’דארף זיך פארגרינגערן דורך ניצן הילף פון אנדערע מענטשן – אפילו פון אזעלכע וואס זענען נישט אויסגעקאכט אין עולם העסקנות.
פארשטייט זיך אז אן ערפארענער עסקן קען אלעמאל טון די ארבעט בעסער ווי איינער וואס איז א ‘גרינער אין עסקנות’, און ס’קען אפילו
זיין שווער פאר אן עסקן מיטצוארבעטן מיט איינעם וואס איז נישט ‘ארגינעל’ אן עסקן, און האט נישט ארויס דעם עולם העסקנות.