מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה

27151_tumb_750Xauto

מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה

צומאל קומט אונטער א געוויסע מצוה פאר אן עסקן, און ער ווערט אנגעווארעמט זיך אריינצולייגן מיט אלע כוחות אינעם פראיעקט, ווי ער שפירט אין די ביינער דעם מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה, אבער ווען ס’קומט למעשה און ער וויל נעמען דעם פלאן ווייטער, דערזעט מען זיך אז “טעכניש” וועט מען נישט קענען גומר זיין דעם פלאן געהעריג, במילא לייגט מען דאס אפ פאר א קומענדיגע געלעגנהייט, מ’האט דאך נישט קיין ברירא.

ומענין לענין דארף מען אבער וויסן, ווען ס’קומט צו “בעטן הילף אדער געלט” פון א צווייטן, איז נישט ראטזאם יענעם אנצואווארעמען פארן דבר מצוה, אין אזא צייט וואס מ’קען דאס “נישט גלייך אויספירן”, ווייל דאמאלס איז דא א גרויסע שאנס אז ביז ווען מ’וועט צוריקקומען צו אים – ווען ס’איז שוין נוגע למעשה, קען ער ווערן אפגעקילט ווייל ס’איז שוין נישט זיין קיין חידוש ביי אים, און מ’קען אינגאנצן פארלירן די מעגליכקייט צו געניסן פון זיין הילף.

לאמיר זיין בקשר