מראשית השנה עד אחרית שנה

Calendar 2023

מראשית השנה עד אחרית שנה

שטייענדיג ביים ענדע פונעם יאר ווען מ’מאכט זיך א חשבון הנפש אויפן רוחניות’דיגן יאר העעל”ט, איז כדאי אוועקצוגעבן אביסל צייט אויך פארן פארלאפענעם שנת העסקנות, און זיך מאכן א שטיקל חשבון וויפיל מ’האט אויפגעטון, צו שעפן נחת פון די פעולות אין עסקנות וואס מ’האט זוכה געווען צו עררייכן במשך א יאר צייט.

צו די זעלבע צייט קען מען אויך אנגרייטן א פלאן “בעולם העסקנות” פארן קומענדיגן יאר, און זיך גרייטן דורכצופירן פרישע פראיעקטן וואס מ’שפירט ביכולת זיך אונטערצונעמען, וואס אויב מ’גרייט זיך צייטליך פון פאראויס מיט אן הכנה דרבה, וועלן די פירות און רעזולטאטן זיין פילפאכיג בעסער בס”ד לטובת כלל ישראל.

לאמיר זיין בקשר