מתנת חנם

59040-gift-basket-pop

מתנת חנם

אין די סדרה פון די וואך פרשת וישלח רעדט די תורה אסאך ארום פון מתנות – אבער נישט סתם מתנות נאר העכסט ווערדפולע מתנות פון ארום א מיליאן דאללער ווערד היינטיגע צייטן, וואס ביי עסקנים איז די סוגיא פון געבן מתנות גאנץ אקטועל, מ’קען אויך אמאל זיין אין א פארלעגנהייט וואספארא סארט מתנה אדער וויפיל מאל מ’דארף / מ’מעג געבן א מתנה, פאר די וואס שטייען זיי צו די האנט מיט פיזישע ארבעט אין די עבודת הקודש, (מ’רעדט נישט דא פון מתנות פאר נדבנים).

דער הסבר צו דעם איז: אזוי ווי ס’איז דא מענטשן וואס זענען מקיים דעם ‘אית מאן דפרע בגופו’ מיטן לייב און לעבן, און געבן אוועק זייער טייער צייט פארן אנדערן אידן, איז אפילו ווען אזעלכע עסקנים טוען דאס גענצליך אן קיין באזונדערע חשבונות, קען א פאסיגע מתנה שטארק צוגעבן אויפצוטון מער לשם שמים, און בלויז א קליינעם געשאנק מיט אפאר ווארימע ווערטער קען אויפטון א וועלט, און ס’וועט זיכער צולייגן מער אפעטיט צו די קומענדיגע אקטיוויטעטן, מ’דארף אויך נישט מורא האבן אז עסקנים וועלן אנהויבן צו ערווארטן מתנות, ושונא מתנות יחי’…

לאמיר זיין בקשר