נאר אויף שמחות

wa0032

נאר אויף שמחות

ביים זיך דרייען מיט אן עסקן קען אויך אמאל זיין אביסל אנגעשטרענגט, אוודאי נישט ווייל דער עסקן איז עפעס שולדיג אדער האט איינעם בא’עולה’ט חלילה, נאר פונקט פארקערט: פשוט ווען מ’איז פארנומען צו טון פאר אנדערע מענטשן קען אמאל עס אסאך מאל אנקומען שווער, ווער רעדט נאך ווען מ’טוט פאר א ברייטערן ציבור אידן קען דאס זיין נאך שווערער…

(נישט לאנג צוריק האמיר געלערנט די רש”י אין בהעלותך, אויפן ווארט ‘כלאם’ ביי אלדד ומידד, הטל עליהם צרכי צבור והם כלים מאליהם (סנהדרין ו),

זעט אויס אז זיך צו פארענען פארן ציבור איז נישט אזוי לייכט…).

דעריבער איז א גוטע געלעגנהייט פאר אן עסקן בשעת א שמחה וכדומה, דאס אביסל צו פארגלעטן און אויסניצן די געלעגנהייט צו איינלאדענען זיינע קאלעגעס און גוטע פריינד, כדי אז די צוזאמענארבעט זאל נישט זיין נאר ווען ס’איז אנגעשטרענג, נאר אויך פארקערט: און געבן א געלעגנהייט זיך צו טרעפן אין פריידן און זיך וואונטשן / באגריסן איינער דעם אנדערן אין א געהויבענע שטימונג, וואס וועט זיכער צוהעלפן אויף ווייטערדיגע עסקנות.

לאמיר זיין בקשר