געווענטליך אין עולם המסחר ווייסט מען – מער ווייניגער – וועלכע פעולה עס קען ברענגען וועלכע רעזולטאטן, און אפילו ס’איז נישט זיכער אז ס’וועט ארבעטן אויף %100, איז לכה”פ פארהאן א דורכשניטליכער וויזיע ווי אהין די פעולות וועלן פירן בעזה”י, (ענליך צו דער מהלך אין מארקעטינג).
אנדערש איז אבער ביי עסקנים – נישט קיין חילוק אין וועלכע פעלד – אז בשעת מ’פרובירט סיי וועלכע פלאן / מיסיע, קען מען אבער נישט גענוג וויסן אין אנהויב
און דערפאר איז טאקע וויכטיג צו פרובירן מער ווי איין מהלך אויף אמאל, אזוי אז צווישן אלע פעולות צוזאמען, וועט מען אנקומען שנעלער און גרינגער צו מצליח זיין בס”ד.