עד מתי

WAIT

עד מתי

עס מאכט זיך גאנץ אפט אז אן עסקן בעט א טובה פון איינעם ‘א יחיד’ וואס איז לאו דוקא אן עסקן, און דער עסקן קען אזוי בלייבן ווארטן אומגעדולדיג אויף אן ענטפער, און ער נעמט נישט אין אכט אז דער יחיד איז באשעפטיגט במשך דעם גאנצן טאג, און איז בכלל נישט אזוי אריינגעטון צוריקצוברענגען אן ענטפער אמשנעלסטן, און מיט וויפיל מער עס פארשלעפט זיך קען דאס געדולד פונעם עסקן נאכלאזן, און מיט רעכט… און דערווייל איז ער אויף שפילקעס און וויל ענדיגן אויספירן זיין שליחות / עסקנות.

דעריבער איז וויכטיג פארן עסקן אויסצוקלארן אז ער ווארט אויף אן ענטפער, ווי אויך די צייט ווען מ’מוז וויסן וויאזו צו גיין ווייטער, מיט א בקשה: נישט צו לאזן ווארטן מער ווי די אפגעשמועסטע צייט, צו קענען ווייטער עוסק זיין דערין אויף אנדערע אופנים.

אן עסקן דארף קיינמאל נישט שפירן אז ער טאפט א וואנט, און אויב א יחיד קען נישט ‘דעליווערן’ וואס מ’בעט אים, דארף מען דאס וויסן אין אנהויב, מ’דארף געדענקען אז אן עסקנים זענען אן עם סגולה בפני עצמם.

לאמיר זיין בקשר