יעדער ווייסט איבער דעם ‘סיג לחכמה שתיקה’ אז מ’דארף פשוט רעדן ווייניג… אבער וואס נישט יעדער ווייסט איז, אז אפילו ווען מ’דארף יא רעדן, דארף מען אויך וויסן וויפיל, וויאזוי און “ווען” צו רעדן.
צומאל קען די צייט ווען מ’בעט עפעס פון איינעם – אין אונזער וועלט, אין עולם העסקנות – דעצידירן צווישן א פאזיטיווע אדער נעגאטיווע
ענטפער, געוואנדן לויט די ‘צייט’ ווען מ’האט געבעטן די טובה, און ‘נישט’ דוקא לויט די וועג וויאזוי מ’האט עס געבעטן. נעמט א ביישפיל פון פאנדרעיזינג: ווי מ’קען זען אז א גבאי צדקה וואס ווייסט ‘ווען’ צו כאפן דעם נדבן, איז פיל מער מצליח ווי דער וואס קען בעסער די צוועק, ברענגט מער ליטעראטור, איז מער בא’חן’ט אדער האט א בעסערע שפראך וכו’.
Δ