שמח תשמח רעים האהובים

62b8b049c66d91ff9914f1101273ce43

שמח תשמח רעים האהובים

דבר בעתו מה טוב, ווען מ’לערנט אין די איצטיגע סדרות איבער די מצוות פון הכנסת אורחים, ביקור חולים, הלויית המת, פדיון שבויים וכו’, איז דא א שטארק אקטועלע שאלה ביי עסקנים, וויפיל צייט מ’דארף / מ’קען אוועקגעבן צו גיין פערזענליך צו שמחות כ”י.

פארשטייט זיך אז ס’איז נישטא קיין כללים דערביי, ווייל איין פאל איז נישט גלייך צום צווייטן, אבער עס לוינט זיך צו האלטן פאר די אויגן דעם כלל:

ווען אן עסקן איז איבער-געשטרענגט (וואס מאכט זיך זייער אפט…) און ס’איז אוממעגליך מיטצוהאלטן פערזענליכע שמחות, קען מען דאס משלים זיין דורכ’ן שיקן א מתנה’לע, א ברכת מזל טוב, שיקן א פערזענליכן שליח, אדער מאכן א טעלעפאן רוף צום בעל שמחה, און מיטטיילן די הרגשים און וואונטשן ברכות לרוב.

און דאס קען מען אין די טעג ‘בעפאר די שמחה’ וואס איז אפילו מער ווירקזאם, ווי איידער צו ווארטן א שטיק צייט נאך די שמחה, ווען ס’האט שוין ווייט נישט די זעלבע משמעות

לאמיר זיין בקשר