אמאל ווען עס מאכט זיך א שווערער ענין / קעיס וואס קומט אן צו אן עסקן, און דער עסקן שפירט אז ס’איז נישט אזוי פשוט און מ’דארף דא אריינלייגן גאר אסאך כוחות אדער געלט, וואס קען ארויפברענגען ספיקות אויב ער איז ביכולת צו העלפן בכלל, אדער אפשר גאר זאל ער דאס ענדערש גענצליך אפזאגן און מזכה זיין א צווייטן עסקן.
דארף מען קודם וויסן אז מ’קען אמאל פארגרינדערן דעם באטרעפנדן דורך אים צושטעלן אפילו א ‘חלק פון די הילף’, אזוי איז דער באטרעפנדער כאטש א האלב-געהאלפענער, און פאר די איבריגע הילף קען ער גיין צו אנדערע עסקנים – אויף וועם ס’וועט אויך נישט ארויפפאלן צו סאך ארבעט אויף איינמאל, און עווענטועל וועט ‘אלעס פאלן אין פלאץ’ דורך עטליכע עסקנים באזונדער בס”ד.
Δ