כדי אנצוקומען און מצליח זיין אין סיי וועלכן הינזיכט, דארף מען דאס טון מיט די מאקסימום שלימות, און פיל מער דארף זיין אזוי אין עולם העסקנות, און ווען מ’פרובירט צו טון זאכן גרינטליך, וועט מען זיכער בעסער מצליח זיין.
דעריבער דארף מען מאכן א פונטקליכע אויסגעהאלטענע פלאן פון פאראויס, נאך איידער מ’הויבט זיך אן אריינצולאזן אין פארצווייגטע נושאים לטובת הכלל, און שטענדיג געדענקען: אז די צייט וואס מ’ניצט אויף “מאכן די פלענער”, וועט מען זיך שפעטער איינשפארן ביים “אויספירן די פלענער” מכוח אל הפועל.
קיינער האט נאך נישט חרטה געהאט פארן אוועקגעבן צייט ביים פלאנירן, וואס דאס איז דער שליסל אז די ענדגילטיגע פלענער זאלן ברענגען בעסערע רעזולטאטן, בס”ד.