זה לעומת זה

England_London_Guards

זה לעומת זה

עס מאכט זיך אסאך מאל ביי גרעסערע עסקנים, אז מ’דערזעט זיך אין א קאנפליקט צווישן ‘רוחניות און גשמיות’ וואס איז זייער א האקעלע נושא, אדער ווען מ’דארף ארויסהעלפן אידן פון גאר אנדערע שיכטן און קרייזן, און ס’איז שווער זיך צו ספראווענען מיט די קעגנזייטיגע מחשבות.

דארף מען אבער שטענדיג געדענקען וואס מ’זאגט נאך פון צדיקים: א צווייטן איד’ס גשמיות איז אונזער רוחניות, און ס’איז נישט אויפן עסקן’ס אחריות שוקל צו זיין,

וועלכע עס איז וויכטיגער לע”ע, און אוודאי נישט זיין א מחמיר אויף אן אנדערן איד’ס חשבון, ווייל דאס באלאנגט גענצליך צו א תורה’דיגע אויטאריטעט.

אפשר קען מען דאס צושטעלן צו א רמב”ם אין הלכות מתנות עניים פ”ז: עני שאין מכירין אותו ואמר רעב אני האכילוני, אין בודקין אחריו שמא רמאי הוא אלא מפרנסין אותו מיד, וואס דאס קען אויך נוגע זיין אויף ענליכע סיטואציעס וואס מאכט זיך היינטיגע צייטן.

לאמיר זיין בקשר