קבעת עתים לעסקנות?

FactorTiming_000

קבעת עתים לעסקנות?

עסקנות קען אמאל זיין שווער אדער לכה”פ אויסזען אזוי, ספעציעל ווען איינער קען גראדע טון עסקנות, אבער איז נישט אייביג אין די ‘עסקנות גוסטע’ און קען זיך נישט ערלויבן צו זיין עוועילעבל ממש אין אלע זמנים פון טאג, אבער מ’וויל דאך א טובה טון פאר א צווייטן…

א גוטע עצה דערצו איז, ספעציעל פאר איינער וואס איז טרוד במשך דעם טאג, צו אוועקלייגן די זעלבע צייט יעדן טאג פאר צרכי הכלל,

און טאקע אין דעם שעה צב”ש – די זעלבע זייגער יעדן טאג – עוסק זיין אין אלעס וואס ס’פעלט זיך אויס פאר יענעם צוועק / פראיעקט, און אין די איבריגע שעות זאל מען זיך טאקע האלטן פריי פון עסקנות, כדי צו קענען זיין פולקאם מסודר מיט די אייגענע באשעפטיגונגען, און אזוי קען מען אויך אויפטון א וועלט אפילו אין בלויז איין שעה א טאג, ויש קונה עולמו בשעה אחת.

לאמיר זיין בקשר