שטייענדיג בין כסא לעשור ווען מ’פארגלייכט זיך בין אדם לחבירו, איז וויכטיג צו געדענקען דאס וואס עסקנים האלטן פאר די אויגן במשך א גאנץ יאר:
ס’איז גאנץ מעגליך אז ס’איז דא חסרונות ביי מענטשן, און דאס קען שטערן פון אויפטון וויכטיגע זאכן, אבער באמת טאר דאס נישט אפשטעלן פון טון וואס ס’איז וויכטיג, און דאס איז אייגענטליך א חלק פון די עבודה אין אזעלכע געהויבענע טעג, אז מ’פארקוקט אויף
יענעם’ס נישט פערפעקטע התנהגות, און מ’גייט ווייטער אן כאילו לא היה, און אויב מ’קען… גאר זען יענעם’ס מעלות, ומי יאמר זכיתי ליבי…
און ווי ס’שטייט אין תפילה פון ר”ר אלימלך זי”ע, שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, ד”מ אז אפילו ווען ס’מאכט זיך א חסרון ביי איינעם, זאל מען נאך אלס “קוקן אויף די מעלות”, און מיט אזא צוגאנג קען מען אייביג אנקומען מער תכלית’דיג, ווי די גרעסערע עסקנים קענען מעיד זיין בפה מלא.