כי אקח מועד…

download

כי אקח מועד…

עס איז מערקווירדיג צו נעמען א מוסר השכל פון די בעפארשטייענדע ‘חול המועד טעג’, ווי ביים אלגעמיינעם ציבור איז די גיסטע פון די חוהמ”ד טעג פיל בעסער ווי במשך דעם יאר, ס’שפירט זיך עפעס ווי שמחה’דיגע טעג אדער ווי מ’איז אויף וואקאציע, וואס דאס איז אייגענטליך א באזונדערע חסד וויאזוי השי”ת האט אויסגעשטעלט די ימים טובים, אז דער מענטש זאל אפ-ענדיגן די פריערדיגע תקופה און זיך אנזאפן מיט פרישע כוחות, צו אנהויבן די נייע תקופה מיט א פרישקייט.

מיר קענען פון דעם ארויסנעמען א וויכטיגע לעקציע במשך דעם גאנצן יאר, אז ווען א מענטש האט פארענדיגט און עררייכט אלעס

 וואס איז אים געלעגן אויפן קאפ / הארץ, וועט ער אויטאמאטיש באפרייט ווערן פון זיין פרעשור און סטרעס, און צו די זעלבע צייט וועט ער אריינגיין אין א געשמאקערע אטמאספערע, ווי ער קען אויפטון פיל מער זאכן ווי בעפאר, ווייל די אלטע דאגות זענען שוין א פארגאנגענהייט.

און דאס קען מען אייגענטליך טון ביי יעדע געלעגנהייט: אז אן אקטיווער עסקן (און אפילו סתם א מענטש) זאל זיך אליין מאכן א דעדליין צו פארענדיגן אלע ביז איצטיגע באשעפטיגונגען, און דאס וועט אים אויפפרישן גרינגער אנצוגיין אויך ווייטער און אויפטון פיל מער בכמות און באיכות לטובת הכלל.

לאמיר זיין בקשר