מחר יהי’ האות הזה

18698369_10212844348565183_8072570633462979037_n

מחר יהי’ האות הזה

אסאך מאל ווען מ’איז עוסק אין צרכי רבים, קען מען אנהויבן שפירן ווי מ’איז נישט ביכולת צו פאסן א סענסיטיווע באשלוס, וואס לאמיתו של דבר – קען עס אמאל זיין עפעס וואס וועט אפעקטירן ארומיגע מענטשן, און דערצי קען עס אויך טוישן געוויסע פריערדיגע פרינציפן, אזעלכע זאכן וואס זענען שווער צו נעמען אויף די אייגענע פלייצעס.

מצד שני, אפשטופן א החלטה און ווארטן אויף א שפעטערע געלעגנהייט מוז נישט זיין דער ריכטיגער מהלך, ספעציעל אז מ’וועט סיי ווי מוזן באשליסן – אזוי צו אזוי.

דעריבער איז ראטזאם אין אזא פאל – ווען מ’האלט טאקע ביים מאכן א שווערע באשלוס, דאס צו אפשטופן אויף צו מארגנס אינדערפרי, וואס דאס בלויז ‘זיך איבערשלאפן איין נאכט’ וועט שטארק צוהעלפן אויף אזלעכע וויכטיגע החלטות. און זיך נישט ‘אריינצווינגען’ צו מחליט זיין שוין יעצט ‘אויף די מינוט’, ווייל אויף א וויכטיגע באשלוס אונטער אסאך פרעשור, קען מען אמאל שטארק חרטה האבן.

לאמיר זיין בקשר