ס’איז וויכטיג צו וויסן אז ביים טון עפעס לטובת הכלל – וואס איז נישט גענצליך לטובת הכלל, נאר לטובת איינצעלנע מענטשן… קען דאס צום סוף ברענגען פארקערטע רעזולטאטן, טראץ דעם וואס מ’קען דאס נישט באמערקן אין אנהויב,
און ווי מער מענטשן / קרייזן עס ווערן אפעקטירט צוליב די סארט עסקנות, אלס שנעלער וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז מ’האט נישט געמיינט דעם ציבור.
צוליב דעם דארפן פרישע עסקנים זיין געניט און אויפמערקזאם ווען זיי פרובירן עפעס אויפצוטון, ווייל ס’איז מעגליך אז האבן נאכנישט גענוג שטארקע עקספיריענס, צו שמעקן ווען און וויאזוי צו זיין גענוג פארזיכטיג.