בצפיתנו צפינו

HOPE

בצפיתנו צפינו

אסאך מאל ווען מ’דארף טון געוויסע פעולות וואס איז ריכטיג, דארף מען פונקט אזוי נעמען אין חשבון “נאר וואס ס’איז מעגליך” צו טון, ווי אויך דער דעדליין אויף ווען די זאך דארף ווערן געענדיגט, און זען אויב מ’קען טאקע אנקומען דערצו ביז די באשטימטע צייט, אזוי קען מער גרינגער מצליח זיין צו עררייכן וואס מ’וויל.

דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס עסקנים קענען ווערן ערשעפט און אויסגעברענט, ווייל ווי מער צייט און כוח מ’לייגט אריין, אלץ מער

און שנעלער וויל מען זען די רעזולטאטן, אבער מ’דארף אויך וויסן: אז נישט אייביג איז עס מעגליך צו באווייזן.

במילא איז וויכטיג צו טון “נאר אזעלכע פעולות” וואס מ’קען פאראויס זען אז מ’וועט מצליח זיין דערביי בס”ד, וויי איידער צו אריינלייגן אומצאליגע כוחות בלינדערהייט, מיט בלויזע “האפענונג” אז מ’זאל מצליח זיין.

לאמיר זיין בקשר