שטייענדיג איצט ר”ח ניסן, אונטערן רושם פון די טאפלטע חודש אדר’ס און די געהויבענע ימי הפורים – דער שפיץ פון שמחה’דיגע טעג – איז גוט צו האלטן פאר די אויגן במשך דעם גאנצן יאר:
אז ווען א מענטש איז אין א ‘גוטע גוסטע’ קען ער אויפטון פול מער, און דאס אויך משפיע זיין פאר אנדערע, ווי עסקנים ווייסן דאס זייער גוט – זייענדיג די מערסטע מעורב בין הבריות אין פריידן און אין ליידן ה”י.
דער ‘משנכנס אדר מרבין בשמחה’ איז נישט נאר משפיע פאר אנדערע, נאר ס’קען זיך אפילו צוריק אויסצאלן אויף די אייגענע הויט, אויב ס’מאכט זיך אז די אייגענע מוט פאלט אביסל… קען דאן צוניצקומען דער שלח לחמך [לאך’מיך] על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה, וואס איז גאר וויכטיג ווען מ’דארף עס. און פאר די וואס מיינען אז שמחה איז געבינדן צו חודש אדר, איז כדאי צו געדענקען אז דער ‘מרבין בשמחה’ ציעט זיך אזש ביז חודש אב… משיח זאל אוודאי פריער קומען.